MP3JOSS

Motty Steinmetz Sings Breeveleh accompanied by Malchus Choir מוטי שטיינמץ ומקהלת מלכות שרים בריוועלע

Motty Steinmetz Sings Breeveleh accompanied by Malchus Choir מוטי שטיינמץ ומקהלת מלכות שרים בריוועלע

Choose Download Format

Download MP3 Download MP4

Details

TitleMotty Steinmetz Sings Breeveleh accompanied by Malchus Choir מוטי שטיינמץ ומקהלת מלכות שרים בריוועלע
AuthorYiddishe Ideas - יידישע ידיעות
Duration1:00
File FormatMP3 / MP4
Original URL https://youtube.com/watch?v=GrooDhukhPU

Description

Motty Steinmetz Sings Breeveleh accompanied by Malchus Choir at an exclusive event in the USA

מוטי שטיינמץ בליווי מקהלת מלכות שר בריוועלע באירוע יוקרתי בארה'ב

מילים: מוטי אילאוויטש, 
לחן: מוטי אילאוויטש
נמצא באלבום: הנשמה בקרבי

מילות השיר:
אינגאנצן צובראכן, פארביטערט און פארקלעמט,
ער קען זיך נישט בארואיגן, קיין נחמה פון קיינעם נעמט.
אוועק פון די וועלט איז די שרייבער זיין פערזענליכע,
דער מלך בענקט נאך אים אויף זיין
טאלאנט די אויסערגעווענליכע.

אוי ווי שיין זענען געווען זיינע בריוו,
יעדע נאכט פאר מיר געשריבן, ארויס פון הארצן טיף.
די בריוון אין זכרון וועלן מיר אייביג פארבלייבן,
אוי די וועג וויאזוי ער האט עס געשריבן וועט
שוין קיינער נישט קענען שרייבן.

א באדינער און פאלאץ איין איינפאל עס פאלט אים,
ער ווייסט די אלע בריוון ווי זיי זענען באהאלטן.
ער נעמט פון די ארכיוון־ די אלע אלטע בריוון.
און לויפט צום מלך צו,
קוק וואס כ׳האב געפונען, הט- אזנך לי.

ער שטעלט זיך אראפ און נעמט זיך די בריוועלעך אויפליינען,
דער מלך דערמאנט זיך צוריק און ער נעמט זיך וויינען.
די בריוון און זכרונות ־ שפע און נסיונות.
וואס ער איז פארביי,
די הארץ די נשמה אין דעם וואס נאר איך פארשטיי.

”ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פונעם שרייבערל אליין.
די שורה׳לעך, די זמירו׳לעך,
עס נעמט מיך ארום,
און יעדעס מאל די ליינסט די בריוועלעך,
ווער איך מלא רחמים.

ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
דיין הארץ דיין געבעהט דורך דעם וועל איך פארשטיין.
די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך.
עס עפענט יעדן טיר,
ווייל יעדעס מאל די ליינסט די
בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר.

אוי אוי בריוועלע, אוי אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(בריוועלע) ־ אוי אוי אוי בריוועלע אין יעדן מצב און סביבה׳לע,
אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי.“

א שרייבער האט דער מלך גהאט אמאל,
דוד בן ישי, דער נעים זמירות ישראל,
ווי ער האט געשריבן האט קיינער נישט געקענט,
מיט געגועים און אהבה, מיטן (כינור) די פידעלע אין די הענט.

אין די שווערסטע מצבים געשריבן צום קל חי,
ה׳ מה רבו צרי, רבים קמו עלי.
איך לויב און דאנק פאר ה׳ אלקי,
מה אשיב לה׳ כל תגמולוהי עלי.

דוד איז מער נישטא אבער (דאך) כאטש איז אונז פארבליבן,
די הארציגע בריוון וואס ער האט צום מלך געשריבן.
אונז נעמיר די כתבים ־ און אונזערע מצבים.
און מיר ליינען דאס איבער,
די אלע צרות וואס דוד איז אריבער.

כאטש ס׳איז פריוואטע ענינים וואס דוד איז משורר,
די בריוועלעך זענען אבער דעם (אויבערשטן) אייבישטער מעורר,
דער בורא טוט לעכצן ־ הערן ווי מיר קרעכצן.
תפילה לדוד,
דאס איז זיין גרעסטע תשיקה, זיין גרעסטע כבוד.

”ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין,
עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פונעם דוד׳ל אליין.
די שורה׳לעך, די זמירו׳לעך,
עס נעמט מיך ארום און ארום.
(און) ווייל יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך
ווער איך מלא רחמים.

ליין מיך די (הייליגע) הארציגע בריוועלעך, ליין,
דיין הארץ דיין געבעט דורך דעם וועל איך פארשטיין.
די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך,
עס עפענט יעדן טיר,
ווייל יעדעס מאל דו ליינסט די
בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר.

תהלים׳ל תהלים׳ל
כאילו אמרם דוד בעצמו.
תהלים׳ל ־ ווען א איד פועלן' וויל אמאל,
אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי."


December 2023

©® All footage is uploaded with the explicit permission from the owner of the footage.
All rights reserved. Please do not copy or distribute.

🎧 Just For You

🎵 Blinding Lights - The Weeknd 🎵 Chains And Whips - Clipse Feat. Kendrick… 🎵 Love Somebody - Morgan Wallen 🎵 Bad Romance - Lady Gaga 🎵 Born Again Freestyle - Samba Jean-Baptiste 🎵 Daisies - Justin Bieber 🎵 Lose Control - Teddy Swims 🎵 Forget You - Ceelo Green 🎵 Moves Like Jagger - Maroon 5 Feat… 🎵 Tonight - Pinkpantheress 🎵 Espresso Macchiato - Tommy Cash 🎵 Blurred Lines - Robin Thicke Feat…